📚 אידישע ארכיוון

וועגן דעם זאמל־ארכיוו

דא זענען צוזאמגעזאמלט אלע אידישע אינטערנעט־ארכיוון וואס מיר האבן אויפגעבויט: פארומס, בלאגס און זשורנאלן וואס זענען שוין נישטא אדער פארמאכט, ראטעווען פון עפנטליכע קאפיעס (דער אינטערנעט ארכיוו, Common Crawl, archive.today) אדער אראפגענומען פון עפנטליכע בלעטער.

וויאזוי דער זוך ארבעט

יעדער ארכיוו האט זיין אייגענעם זוך־אינדעקס מיטן גאנצן טעקסט פון יעדן אשכול, ארטיקל און תגובה (מיט'ן קעפל, דעם שרייבער און דאטום פון יעדן פאסט). דער זוך דא לייענט אלע אינדעקסן צוזאמען און ווייזט די רעזולטאטן פון אלע ארכיוון אויף איין ליסטע. א קליק פירט גלייך צום אשכול (אדער צום פאסט) אינעם ארכיוו אליין. דער בראַוזער לאדט אראפ נאר די שטיקלעך פונעם אינדעקס וואס מען דארף פאר יענע ווערטער.

מען קען זוכן נאר אין איין ארכיוו (דער „ארכיוו“ אויסוואל), אדער נאר אין די פאסטס פון איין שרייבער (פון זיין זייטל: „זוך אין אלע זיינע פאסטס“).

די ארכיוון

אן אומאפיציעלער ארכיוו. דער טעקסט איז ווי ער איז געווען; ניקס ווי אריגינעל.

פאר הערות קען מען שיקן אן אישי צו דעבאטירער אויף קרעמל, אדער אן אימעיל צו kremeldebater@gmail.com